let's finish the social media bullying!!! לאמיר מאכן א סוף צו סאושעל מידיא בוליאונג

0 have signed. Let’s get to 100!


סאושל מידיא בוליאונג קאמפיין, צו די נעקסטע שטאפעל

לאמיר צאמברענגען מאסן שטימעס צו ווייזן אז מיר זענען גרייט דאס אפצושטעלן

מען קען גארנישט טון האבן מענטשן זיך געאייסערט אין אנהויב ווען עס האט זיך געהערט א דינע שוואכע שטימע פון עטליכע עסקנים וואס האבן געבלוטיגט אויף די נידערטרעכטיגקייט פון אפכאפן מענטשן אין שוואכע מאמענטן, דאס ארומשיקן צו די גאנצע וועלט, און פארגעסן אז די מענטשן האבן געפילן, פאמיליע, קינדער, אייניקלעך, פרנסות, און 120 קארגע יאר צו לעבן און שעפן נחת.

דער אויבערשטער האט זיכער הנאה געהאט אז מען נעמט זיך אן פאר זיינע אומבאהאלפענע נשמה'לעך, און די קאמפיין האט געהאט א גינסטיגע אפקלאנג ביים ציבור, ווען די מגיפה פון שפאס ווידעאס האבן זיך אפגעשטילט עטוואס, און די קרבנות האבן געזען אז עס זענען נאך דא מענטשן מיט רחמנות, מיטגעפיל, און סימפאטיע צו זייערע פיין און ליידן, און זענען גרייט צו זיין נחשונים אין א פראיעקט וואס האט נישט געהאט קיין פארזארגער.



Today: Hershyzoli is counting on you

Hershyzoli . needs your help with “We all together: לאמיר מאכן א סוף צו סאושעל מידיא בוליאונג”. Join Hershyzoli and 30 supporters today.