Petition Closed

Stop the "Robber" calls

This petition had 85 supporters


מיר ווילן בעטן ברחמים פון הרב טובי' מאיר ניימאן אז מיט זיין גוט הארץ זאל ער אויך  זיך רעכענען אויך מיט די געבערס און אויפהערן מיט די אומדערטרעגליכע מוטשערייען אויפן טעלעפאן.

איר ברענגט אז אידן זאלן האבן עגמת נפש און צער וואס דאס איז זיכער קעגן אייער נאטור פון גוטסקייט.

נאך אזויפיל בקשות און תחנונים אז איר זאלט טרעפן א בעסערע מהלך פון העלפן די נצרכים אזוי ווי הונדערטער און טויזנטער ארגעניזאציעס און אישי החסד טוען, ווי איידער צו טרעטן אויף אידן מיט שטיוול אן קיין שום מיטגעפיל. איז געקומען די צייט צו פרובירן מיט א בקשת רבים, און איינמאל פאר אלעמאל זאלט איר נעמען די מיה און זיך דורכשמועסן מיט אידן עוסקים בצורכי ציבור און פרעגט זיי וויאזוי איר קענט אויפטון אייער הייליגע ארבייט אן וויי טון אזויפיל טויזנטער אידן וואס קען גאר זיין יצא שכרו בהפסידו.

דאס איז א ערנסטער און גאר וויכטיגער פארלאנג פון א ציבור אידן מיט וועלכן איר דארפט זיך רעכענען. וד' הטוב יכפר אויף די אלע פארגאנגענע רויבער קאלללס וואס איר האט געמאכט.

מיר זענען גרייט אייך צו העלפן

מיר זענען גרייט אייך מוחל צו זיין

מיר זענען נישט גרייט צו זיין א נומער אויף אייער ליסטע. הערט ביטע אויף מיט די אומדערהערטע און אומבארעכטיגטע שריט

נעמט אייך פאר צום נייעם יאר א גוטע קבלה ווייטער צו העלפן אידן נישט דורך טרעטן אויף אנדערע.

יישר כח למפרע 



Today: B. is counting on you

B. V. needs your help with “Rabbi T. N. Neuman: Stop the "Robber" calls”. Join B. and 84 supporters today.