חרדישע עלטערן פארלאנגען א בעסערע חינוך

0 have signed. Let’s get to 200!


אין די לעצטע צייט טוט זיך א טומל ביים היימישן ציבור איבער די קוואליטעט פון די סעקולערע שטודיעס אין די היימישע ת"ת און ישיבות.

 

מיר עלטערן פון קינדער גלייבן אז די אלוועלטליכע עדיוקאציע פון אונזערע קינדער מוז פארבעסערט ווערן.

 

עס זענען פאראן פארשידענע סיבות און טעמים פארוואס עס איז וויכטיג פאר אונזערע קינדער צו באקומען א גוטע עדיוקאציע הויפזעכטליך איז די פשוטס'טע סיבה וואס חז"ל זענען מחייב עלטערן אויסצולערנען זייערע זוהן א פרנסה: כל שאינו מלמד את בנו אומנות מלמדו ליסטות (קידושין כט). מיר נעמען דאס זייער ערנסט און מיר ווילן אז ווען אונזער זוהן וועט אונטערשרייבן אויפן כתובה בשעטו"מ פארן גיין צו די חופה: "אנא אזון ואפלח ואוקיר ואפרנס יתייכי כהלכות גובראין יהודאין" זאל ער עס מיינען מיט אן אמת, זייענדיג צוגעגרייט פון פאראויס מיט די נויטיגע כלים דורך די אלגעמיינע לערנונגען ווי: די ענגלישע שפראך, רעכענען, וויסענשאפט, טעכנעלאגיע, דורך וואס ער וועט קענען אריינגיין נאך זיין חתונה אינעם עולם הפרנסה אויף א סוקסעספולן אופן צו זיין א נהנה מיגיע כפו דורך משא ומתן און אויסהאלטן א יודישע שטוב, אין א וועלט ווי מען דארף זיין גוט באהאוונט מיט די כללים כדי צו קענען מצליח זיין.

 

אזוי זענען אויך פאראן פארשידענע שיטות און מהלכים איבער וויאזוי א ריכטיגע חינוך דארף אויסזעהן און וויאזוי מען קען פארבעסערן די חינוך פאר די קומענדיגע דורות, אונזער ציל איז נישט צו איבערצייגן סיי וועלכע מהלך אדער שיטה, אדער וויאזוי די בעסטע תורה מהלך דארף זיין, אדער וויאזוי די לימודים זאלן פראקטיש ווערן אויסגעשטעלט, דאס לאזן מיר איבער פאר די רבנים ומחנכים.

 

מיר זענען קלאר נישט אפיליאירט מיט קיין שום גרופע אדער ארגאניזאציע.

 

בסך הכל ווילן מיר נאר צוזאמנעמען אלע יחידים אונטער איין דאך און מיט א כוח הרבים ארויסזאגן דאס וואס איז קלאר פאר יעדן באזעסענער בעל שכל און בעל אחריות: די חינוך פון אונזערע קינדער מוז ווערן בעסער!

 

אויב איר טוט זיך אידענטיפיצירן מיט אונזער מעסעדזש ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע און שיקט עס ווייטער פאר אייערע חברים און פאמיליע, זאל דאס דינען אלץ א קלארע שטימע פאר די שטילע רוב.

 

ובשם ה' אלוקינו נעשה ונצליח!

(די  חתימות קענען נישט געזען ווערן)



Today: Anonymous is counting on you

Anonymous needs your help with “Haredim Need Better Education”. Join Anonymous and 142 supporters today.