מנע מגיפה: מיר סאטמערע אידן בעטן אונזערע רבנים דסאטמאר צו מאכן שלום

מנע מגיפה: מיר סאטמערע אידן בעטן אונזערע רבנים דסאטמאר צו מאכן שלום

0 have signed. Let’s get to 2,500!
At 2,500 signatures, this petition is more likely to get picked up by local news!
Ahron Hakohen started this petition to רבני קהילות סאטמאר

טייערע ברידער אידישע קינדער!

כולנו בני איש אחד אנחנו..

צוואנציג יאר וואס סהערשט א פירוד לבבות אין אונזער קהילה קדושה, וואס האט ליידער געברענגט שרעקליכע חילל ש״ש.

מיר ווענדן זיך מיט א בקשה צו רבותינו ואדמורינו שליט״א פון אלע צדדים.

חמול אל עוללינו וטפינו על זקנינו ועל דורותינו!

לאמיר ציברעכן די חומת השנאה צווישן טייערע אידישע קינדער! לאמיר מאכן א קידוש ה׳!

יעצט אין די צייטן פון חרון אף ברויכן מיר גרויסע זכיות אויף כלל ישראל!

מיר ווענדן זיך צו אונזערע רואי צאן נאמן, מאכט שלום צווישן ברידער, מאכט שלום צווישן קהילות, נעמט אראפ די ווענט פון בתי חיים!

וויפיל נפשות גייט אפקאסטן די מחלוקת ושנאה?

אם לא עכשיו אמתי?

טייערע אידישע קינדער! ביטע שרייבט אינטער.

אהרן הכהן האט אפגעשטעלט מגיפות דורך זיין כח פון אוהב שלום ורודף שלום
און דעם זכות פון אינטערשרייבן דעם אפיעל וועט איר האבן א חלק פון אהרן הכהן דורך ברענגן שלום צווישן אידישע קינדער.

דער רבוש״ע וועט אין דעם זכות אפשטעלן די מגיפה, אין אונז נעמען על כנפי נשרים קיין ירושלים עיה״ק ונאכל שם מן הזבחים ומין הפסחים אינאיינעם מיט משיח צדקינו בב״א.

0 have signed. Let’s get to 2,500!
At 2,500 signatures, this petition is more likely to get picked up by local news!