נעמט אייך אן פאר'ן רבין'ס כבוד
נעמט אייך אן פאר'ן רבין'ס כבוד
Why this petition matters
יום ב' פרשת כי תבא
א בקשה צו די ראשי הקהילות והמוסדות סאטמאר די בכל אתר ואתר
מיר שטייען יעצט נאכדעם ווי איר האט זיך ארויסגעשטעלט צו טוען וואס איר האט געהאלטן פאר ריכטיג פאר'ן כבוד פון רבינו שליט''א, איז יעצט אזוי ווי איר האט שוין אלע פה אחד מודה געווען אז עס דרייען זיך פארדארבענע מענטשען און רבין'ס שטוב וואס שטערן רבינו שליט''א פון זיין עבודת הקודש און נעמען אוועק זיין שלוות הנפש, דערפאר אז מיר זעהן אז איר שטעלט זיך ארויס בעטן מיר אייך בכל לשון של בקשה נעמט אוועק די פארשוינען פון רבין'ס שטוב פאר עס געלונגט זיי צוצוברעכן כל הקודש לנו
ועל של עתה אנו באים: אזוי ווי איינער פון די פארשוינען לויפט פארנט פון רבינו שליט''א ביי די געהויבענע הקפות און טוט מיט דעם טרעטן אויף אלע אנשי שלומינו וואס ווייטאגן אויף כבוד פון רבינו שליט''א בעטן מיר נעמט אייך אן פאר'ן רבין'ס כבוד און שטעלט א צווייטען פאר די הייליגע הקפות און דערווייטערט זיי אונגאנצן פון רבין'ס שטוב
ווי עס שרייבן מיט ווייטאג כלל חסידי סאטמאר חסידי מרן רבינו שליט''א